"שלח לך אנשים" (שלח, י"ג, א')
רש"י: למה נסמכה פרשת מרגלים לפ' מרים? לפי שלקתה על עסקי דבה שדברה באחיה, ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר.
א חומה פון שטיינער,
אייזן שטארקע ציינער,
שרייען, איינער איינער:
היט זיך, צונג,
האלט זיך אין שוואונג,
גענוג שוין, גענוג!
זיי אזוי גוט,
טראכט א מענוט,
פארגיס נישט קיין בלוט!
ווען דו ביזט ווילד און ברויז,
ווען מען האלט דיר לויז,
ברענגסטו טרערן ארויס.
קיינמאל ביזטו פויל,
דו רוהסט נישט אין מויל,
שיסט ווי א קויל.
ווערטער טוסטו שיטן,
גליטשטן זיך ווי א שליטן,
ווען וועסטו זיך שוין היטן???
פון ווען זו ביזט יונג,
האסטו היטערס מיין צונג,
וועלכע פרואוון דיר רעטן,
זיי שרייען, זיי בעטן:
גענוג!