סטאלינער קרלינער הייליגער פלאם
מיר און דיר אלעמען נעמט צוזאם
מיט א גרויסע שמחה, מיט א זיסער טעם
א ווארעמער התקשרות צום ברייטן שטאם
עולה מאליה השלהבת
אהבת חברים עולה עולה על נס
טראכטן פון יענעם יעדער איינער ווייסט
א טובה טאהן קיינמאל
קיינמאל נישט פארגעסט
א אוי אוי אוי אוי אוי…
אין סטאלין זוכט מען און מען טרעפט דעם אמת
נישט אפנארן זיך, נישט אפנארן קיינעם
טאהן און הארעווען
דינען דעם נאר אים איינעם,
א אוי אוי אוי…
א שרשרת האנט ביי האנט
נצחיות סטאלין
קרלין דא עס שפאנט
א ווארעמער פייער
הייליג טייער
זיין שטאלץ און וויסן
פון דיין העכערקייט
ביזט א פרינצעסן
די ידיעה ברענגט דיר ווייט
פון דיין העכערקייט
נישט פארגעסן
זעסט אויס ווי א פרינצעסן – אין יעדע צייט