קרוב אצלך
דארפסט נישט לויפן קריכן ווייט
ווען נאנט דא אין א זייט
א שוועסטער שטיל עס ליידט
גיב נאר הארץ און צייט
מיט א קליינער שמייכל
פון הארצן ווייכן
א גוטע ווארט מיט שכל
העפנסט איר א היכל
קליינע שוועסטער ברידער
העלפן ווידער ווידער
זינגען פאר זיי לידער
ווארעמען די גלידער
עס איז דיר מזכה
יעדער קליינער ברויך
מרובים צרכי עמך
מאכט דיר פריילאך טאקע
פזמון:
שאי סביב עיניך וראי
העפן אויגן קוק עס נאך
נקבצו ובאו לך
חסדים נאנטע נאך
שאי סביב עיניך וראי
העפן אויגן קוק עס נאך
נקבצו ובאו לך
בריליאנטן גוטע דאך
אשרי משכיל אל דל
פאר די נאנטע חסד טאהן
גוטע געפילן די לופט פילט אן
מיט חכמה אלעמאל
וועסט באקומען זעק מיט גוטס
אלעס וואס דיין הארץ נאר גלוסט
אוצר מתנת חינם ברייט
בקרוב אצלך איז גרייט
דארפסט נישט לויפן קריכן ווייט
גיב נאר הארץ און צייט