נאר צו גוטס דו צילסט
אויך דו ווילסט
פארברייטערן דיין הארץ
העכער פלאץ
דיין נפש העכערקייט
ובעסער יעדע צייט
די הויכקייט אין דיין לעבן
מעסט זיך דאך
אין דיין מאס פון געבן
געבן נאך
ארויסגיין פון זיך
אריין אין יענעמס שיך
פזמון:
באלייכט דעם צווייטן ווי א ליכט
ווייל געבן דאס איז דיין פליכט
א שמייכל אויפן געזיכט
זיך דערהויבן פון זיך
ביזט אוועק געשטעלט
דא אויף דער וועלט
ארויס גיי פון דיין געצעלט
א ווארט עס קאסט נישט קיין געלט
גיב יענעם וואס עס פעלט
או או או
יענעמס עולם הזה
או או או
איז דאך דיין עולם הבא
די בעסטע יענעם גיב
האב אים ליב
נעלה הויך מען שפאנט
האנט ביי האנט
באלייכט די טעג
גוטס האט נישט קיין ברעג
נעלה אויב זיך אויף
ארויף ארויף
ואהבת כי קרוב
א לב טוב
ארויס פון זיך
צו יענעמס שיך
פזמון:
באלייכט דעם צווייטן ווי א ליכט
ווייל געבן דאס איז דיין פליכט
א שמייכל אויפן געזיכט
זיך דערהויבן פון זיך
ביזט אוועק געשטעלט
דא אויף דער וועלט
ארויס גיי פון דיין געצעלט
א ווארט עס קאסט נישט קיין געלט
גיב יענעם וואס עס פעלט
או או או או
זיין עולם הזה
או או או או
איז דיין עולם הבא!