אויך איך וואס מיין לעבן
פליסט זיך ווי א ים
וויל פילן וויל איך שטרעבן
יענעם זיסן טעם
דיין ליבשאפט איבערפילן
ככפירים שרייען מיר
שטורעמען געפילן
עורי דברי שיר
דערהויב א הייסע תפילה
ווי א קינד צום טאטן שרייט
פאר דיר נאר לכתחילה
פון בדיעבד ווייט
מיין העכערע מסילה
צום בית קל דארט שפאנט
צום ווילן פון נורא תהילה
שטרעב איך נאכאנאנד
פזמון
א פייער אין הארץ, א ברען
כלתה נפשי אל ה'
יעדער טאט, אזוי
אויף א געהויבענעם פארנעם
טאהן ריין למען שמו
ווייל ידבנו ליבו
מיט פייער מאך עס
ס'זאל זיין נחת
רוח נאר פאר אים.