יונגע קלאנגען
אוי ווי געשמאק אלע צוזאמען
זיך צו טרעפן שפילן און זינגען
אוי ווי געשמאק אלע אין איינעם
ארויסגעבן זיך אוי ווי אנגענעם
א ברייטער שמייכל אויף יעדן געזיכט
יונגע קלאנגען
א פרייליכע ליד אויפן פנים א ליכט
יונגע קלאנגען
לאמיר דאנקען לאמיר לויבן
מיט יונגע קלאנגען
דעם באשעפער פון אויבן
מיט יונגע קלאנגען
מיר זענען די יונגע קלאנגען,
פון שטאט פון די חלומות.
אלע אייערע פערלאנגען,
וועט ווערן אויף באמת.
מיט גאלדענע פליגלען,
קומען מיר אין יעדן פלאץ.
א שמייכל ארויפברענגען,
די שמחה זאל זיין גאנץ.
מיר זענען יונגע קלאנגען,
פלינק קיינמאל נישט פויל,
מיר גייען שוין אנפאנגען,
וואס איר זאגט ארויס פון מויל…
(מנגינה: שאו שערים)
שיר סיום
געזעהן האב איך א חלום,
א חלום אזוי שיין.
דער חלום איז צופלויגן,
און איך בלייב אליין.
דער חלום איז צוגאנגען,
מיט די יונגע קלאנגען,
אוועקגעפלויגן, קעגן מיינע אויגן…
דער חלום איז צוריבן,
אבער עס איז געבליבן,
א שמייכל גרויס,
און פרייד וואס קומט ארויס.
די יונגע קלאנגען,
מיט זייערע געזאנגען,
געלערנט מיר מידות אן א שיעור.
יענעם מאכן פריילאך,
דאס איז די בעסטע זאך.
יענעם מאכן גוט יעדע מינוט!